פיר חלקים
וואס טוט דער סקיל?
עס האט פיר חלקים. מ׳דארף נישט נוצן אלע פיר אויפאמאל.
הייב אן מיט וואס דו האסט
אלטע בילדער, א געבורטסשיין, עפעס וואס א קאזין האט פארשריבן, וואס עס ליגט נאר אין שופלאד. דיין עי-איי געהילף ליינט עס אדורך, און דערנאך פרעגט עס דיר אויס איבער די מענטשן: נעמען, שטעט, געשיכטעס וואס דרייען זיך אין די משפחה.
נאכזוכן און מברר זיין דאקומענטן
דיין עי-איי געהילף וועט זוכן אין שטאטישע געבורטס און חתונה רעגיסטראציעס, צענזוס בלעטער און ליסטעס פון שיפס פאסאזשירן. עס זוכט אויך אין בירגערשאפט פאפירן, אויף מצבות און אין ארכיוון פון די חורבן יארן. אויב דו דארפסט בעטן אן ארכיוו פאר א דאקומענט, קען עס דיר העלפן שרייבן און שיקן אן אימעיל, אויספילן א פארעם אנליין, וכו׳.
ווי זיכער זענען מיר?
ביי יעדן נאמען און דאטום ווערט רעקארדירט דער מקור און ווי זיכער די אינפארמאציע איז. אויך די מעשיות וואס דו האסט געהערט פון קינדווייז אן ווערן פארגליכן מיט די דאקומענטן און פאקטישע היסטאריע.
ערצייגען דעם אלבום
ווען דו ביסט גרייט, קען עי-איי נוצן די געפינסן צוזאמצושטעלן די משפחה געשיכטע אין א הערליכער אלבום וועבזייטל. עס קען זיין געשריבן אויף עטליכע שפראכן. עס וועט נוצן בילדער און קאפיעס פון די דאקומענטן, מיט מאפעס וואס ווייזן וואו די מענטשן האבן געוואוינט. אויב דו ווילסט, קענסטו אויך ארויספרינטן א פיזישע קאפיע. דיין עי-איי געהילף קען עס אויך ארויפלייגן אויפן אינטערנעט פאר דיר. Tab, Claude און ChatGPT קענען עס אליין ארויפלייגן; אנדערע געהילפן נוצן Netlify, אן אומזיסטער סערוויס וואו מ׳דארף נאר אריבערשלעפן איין פאלדער.
וואס די משפחה באקומט
עפעס וואס מ׳קען ווייזן פאר די משפחה
- א משפחה בוים מיט מקורות פאר די נעמען און דאטומען.
- די משפחה געשיכטע אראפגעשריבן אויף א פארשטענדליכער שפראך, מיט די מקורות דערביי.
- אן אלבום וועבזייטל וואו די קרובים קענען זען די בילדער און דאקומענטן, און נאכגיין אויף מאפעס פון וואו די משפחה קומט.
- א ווערסיע וואס מ׳קען ארויספרינטן פאר די זיידעס און באבעס. מ׳קען עס אויך האבן אויף די שפראכן וואס די משפחה רעדט.
- נאטיצן איבער וואס מ׳האט נאך נישט געטראפן און וואו מ׳קען נאך זוכן.
די אנווייזונגען אינעם סקיל זענען אמייסטענס נוצליך פאר אידישע משפחה געשיכטע און יחוס, ספעציעל פאר משפחות פון אונגארן, די קארפאטן, גאליציע, סלאוואקיי און ראמעניע, ווי אויך אין די לענדער וואו די משפחות האבן זיך שפעטער באזעצט, א שטייגער וואו ארץ ישראל, קאנאדע, און אמעריקע.
אינסטאלירן
לייג עס צו צו דיין עי-איי געהילף
צום ערשט דאונלאוד דעם סקיל. ס׳איז איין ZIP פייל; מ׳קען עס נוצן וויאזוי איז, סיידן ס׳שטייט אנדערש אין די אנווייזונגען אונטן. קלויב אויס דיין עי-איי געהילף:
Claude: די דעסקטאפ אפליקאציע אדער claude.ai
- עפן Claude און גיי צו Settings → Capabilities. מאך זיכער אז Code execution and file creation איז אנגעצונדן.
- זוך Skills אויף דעם זעלבן בלאט. (אין געוויסע ווערסיעס איז עס אונטער Settings → Customize → Skills.)
- דריק אויף Upload skill און קלויב אויס master-genealogist.zip.
- מאך זיכער אז דער נייער master-genealogist סקיל איז אנגעצונדן.
אויף א Team אדער Enterprise פלאן קען זיין אז אן אדמין דארף קודם ערלויבן Skills.
ChatGPT
- אין ChatGPT, דריק אויף דיין profile icon און קלויב אויס Skills.
- דריק אויף New skill, און נאכדעם אויף Upload from your computer.
- קלויב אויס master-genealogist.zip.
- ChatGPT קוקט איבער יעדן אפלאוד איידער מ׳קען עס נוצן. רוב זענען גלייך רעדי; ביי טייל שטייט א שטיק צייט Needs review.
אויב דו זעסט נישט Skills, קען זיין אז דיין פלאן אדער ראיאן האט עס נאכנישט. אינעם טעב "אנדערע געהילפן" איז דא נאך א וועג.
Grok Bot
- עפן Grok Bot.
- שיק אים די מעסעדזש:
Install this skill: https://master-geneology.yeedle.workers.dev/master-genealogist.zip
- ווען דער סקיל איז אינסטאלירט, קענסטו אים רופן מיט /master-genealogist.
Tab
- שרייב צו Tab אויף iMessage אדער WhatsApp און שיק די מעסעדזש:
Use this skill: https://master-geneology.yeedle.workers.dev/master-genealogist.zip
- דערנאך דערצייל אים וועגן דיין משפחה. בילדער, דאקומענטן און רעקארדירטע מעסעדזשעס קען מען שיקן גלייך אינעם טשאט.
Tab האט זיין אייגענעם קאמפיוטער, דערפאר קען ער לויפן די סקריפטס וואס ליגן אינעם ZIP, בויען דעם אלבום, און עס ארויפלייגן פאר דיר אויף זיין אייגענעם לינק (yourname.sites.tab.bot).
Claude Code, Codex און אנדערע קאודינג אגענטן
- Claude Code
mkdir -p ~/.claude/skills unzip ~/Downloads/master-genealogist.zip -d ~/.claude/skills/
- OpenAI Codex
mkdir -p ~/.codex/skills unzip ~/Downloads/master-genealogist.zip -d ~/.codex/skills/
- אנדערע כלים (Cursor, Gemini CLI, Copilot און אנדערע): פעק עס אויס אין דעם כלי׳ס סקילס פאלדער. קוק אין זיינע אנווייזונגען וואו דער פאלדער איז.
קאודינג אגענטן קענען אויך לויפן די סקריפטס וואס ליגן אינעם ZIP און בויען פאר דיר דעם אלבום וועבזייטל.
Instinct
- עפן Instinct.
- שיק אים די מעסעדזש:
Use this skill: https://master-geneology.yeedle.workers.dev/master-genealogist.zip
- דערנאך דערצייל אים וועגן דיין משפחה.
אנדערע געהילפן
- פעק אויס master-genealogist.zip און עפן דעם פאלדער.
- הייב אן א נייעם טשאט און לייג צו SKILL.md (אדער דעם גאנצן ZIP, אויב דיין עי-איי געהילף נעמט עס אן).
- שרייב: "גיי לויט די אנווייזונגען ביים פארשן מיין משפחה געשיכטע." דערצייל אים נאכדעם וועגן דיין משפחה.
אין די רעפערענץ פיילס איז דא מער אינפארמאציע וועגן דאקומענטן און ארכיוון. דו קענסט זיי צולייגן ווען דו דארפסט זיי.
נוצן דעם סקיל
וואס צו פרעגן
הייב אן מיט וואס דו ווייסט, אפילו ס׳איז נאר א נאמען און א שטאט. דו דארפסט נישט שרייבן "יחוס פארשונג" אדער דערמאנען דעם סקיל ביים נאמען. א פאר ביישפילן:
מיין באבע איז געבוירן אין 1932 אין א דארף אין די קארפאטן, און איז געקומען קיין מאנטרעאל נאך די מלחמה. העלף מיר אויסגעפינען פון וואו איר משפחה איז געקומען.אנהייבן א פראיעקט
איך האב אלעמאל געהערט אז מיין עלטער זיידע איז געווען א רב אין אונגארן. קען מען דאס נאכקוקן?נאכקוקן א משפחה מעשה
קענסטו מיר העלפן ליינען די מצבה און די אלטע רעגיסטראציע קארטל?ליינען א דאקומענט
שרייב צום ארכיוו וואס האט מיין זיידע׳ס געבורטס רעקארד און בעט א קאפיע.זיך פארבינדן מיט אן ארכיוו
שטעל צוזאם פון אלעס וואס מיר האבן געטראפן א משפחה אלבום וועבזייטל, אויף ענגליש און אידיש, וואס מיר קענען ווייזן פאר די משפחה ארום יום טוב.מאכן דעם אלבום
קענסטו איבערקוקן וואס מיר האבן ביז יעצט געטראפן? איך האלט שוין נישט קאפ וועלכע זאכן מיר ווייסן אויף זיכער. וואס זאלן מיר ווייטער פרובירן?זען וואו מ׳האלט
- צום ערשט וועט ער פרעגן. דיין עי-איי געהילף וועט צום ערשט פרעגן איבער די משפחה איידער ער הייבט אן זוכן. סיי וועלכע פרט וואס דו געדענקסט קען העלפן וויסן וואו צו זוכן.
- ווייז אים וואס דו האסט. אלטע בריוו, בילדער, דאקומענטן און וואס אנדערע קרובים האבן פארשריבן — אלעס קען העלפן.
- פאר געוויסע זאכן דארף ער דיין רשות. דיין עי-איי געהילף פרעגט דיר איידער ער שיקט אימעילס אדער פארבינדט זיך מיט קרובים. ער פרעגט אויך איידער ער גיט אויס געלט.
- ארויפלייגן אויפן אינטערנעט. דיין עי-איי געהילף פרעגט ווער זאל קענען זען דעם אלבום, און לייגט גארנישט ארויף ביז דו זאגסט יא. אויב נאר די משפחה זאל עס זען, שטעלט ער אויף אן איינלאגירן אדער א פאסווארט, אנשטאט א לינק וואס יעדער קען עפענען.
- רעכן זיך פאר עטליכע סעסיעס. צו טרעפן דאקומענטן נעמט צייט. אמאל דארף מען אויך ווארטן אויף אן ענטפער פון אן ארכיוו. די נאטיצן פון דער פארשונג העלפן דיין עי-איי געהילף ממשיך צו זיין פון וואו עס האט געהאלטן.
- ערלויב עס צו זוכן אויפן אינטערנעט. דיין עי-איי געהילף דארף קענען זוכן אדער בראוזן אויפן אינטערנעט כדי אנצוקומען צו די וועבזייטלעך מיט די דאקומענטן.
- נישט יעדע סוירטש ברענגט א רעזולטאט. לויט די אנווייזונגען דארף דיין עי-איי געהילף פארשרייבן וואו ער האט געזוכט, אפילו ווען ער האט נישט געטראפן דעם דאקומענט.